top of page

Our Values
אונדזער אידיאָלאָגיע
‘Doikayt’, translating to 'Here and Now' embodies our beliefs that Jews everywhere must work to link their struggles with others right here, right now.
‘Doikayt’ upholds the ability and rights of Jewish people to build strong communities wherever in the world they live. ‘Doikayt’ values each Jewish community equally and encourages all Jews, everywhere, to open their minds to the world around them, to view their Jewish identity within the context of their membership of humanity.
דער ייִדישער אַרבעטער בונד איז אָריגינעל געגרינדעט געװאָרן אין װילנע אין 1897 װי אַ ייִדישער אַרבעטער פֿאַראײן
זינט זײַן אָריגינעלע גרינדונג האָט דער בונד געפֿונען הײמען איבער דער גאַנצער װעלט, װי אױך אין מעלבורן. דער ייִדישער אַרבעטער בונד איס געגרינדעט געװאָרן אין מעלבורן אין 1928 און האָט ממשך געװען די שטאָלצע טראַדיציע זײַנע ביזן הײַנטיקן טאָג
הײַנט, לעבט דער בונד װײַטער אױס די אידעאָלאָגיִעס פֿרײַהײַט, גלײַכהײַט און גערעכטיקײַט, לײגענדיק דעם דרוק אױף װעלטלעכע ייִדישקײַט, און ייִדישע קולטור און שפּראַך
בונדיסטן שפּילן און האָבן געשפּילט אַן אַקטיװער ראָלע אין דער ברײטערער לאָקאַלער קהילה און האָבן געשפּילט אַ הױבט ראָלע בײַם גרינדן ברײטערעקהילישע אָרגאַניזאַציעס אין מעלבורן
דער ייִדישער אַרבעטער בונד אין מעלבורן האָט אױך אַן אײגענע יוגנט גרופּע פֿאַר קינדער װאָס זײַנען אין עלטער פֿון 8-18, דער סקיף. דער בונד איז אױך געװען פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דער גרינדונג פֿאַרן אי. װאַקס קולטור פֿאָנד פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור, װאָס האָט געגרינדעט דעם מיר קומען אָן ייִדישן כאָר. דעם בונדס אַקטיװיטעטן נעמען אַרײַן אונדזער 19טער אַפּריל חורבן אַקאַדעמיע, רעפֿעראַטן, קאָנצערטן און אױסגאַבעס (צװישן זײ אונדזער געדאַנק)
bottom of page